היים       Home

פאר מער תורה לינקס

 

                                                   שבועות

ס'שטייט אין פסוק, נעמי האט געזאגט פאר רות און ערפה, זיי זאלן נישט קומען מיט איר, וויל זי איז זייער פארביטערט "כי יצאה בי יד ה'."  (רות א:י"ג)  זאגט רש"י הקדוש "אמר רבי לוי כל מקום שנאמר יד ה' מכת דבר היא, ובנין אב לכולם (שמות ט:ג) הנה יד ה' הויה."  דאס הייסט, אז אלימלך, מחלון, און כליון, האט זיי אלע געשטארבן פונ'ם דבר, און דער גאנצער פארמעגן האבן זיֵי פאליירן דורך די דבר.

וויבאלד אלץ וואס דער רבשע טוט איז צדק ויושר און ער באצאלט אלצדינג מדה כנגד מדה.... דארף מען פארשטיין,  וואס איז פונקט דער סיבה ס'קומט זיי אזא שטראף ווי דבר?

רש"י זאגט אונז "ותצא מן המקום(שם א:ז) - למה נאמר הרי כבר נאמר ותשב משדה מואב ומהיכן תשוב אם לא תצא מן המקום שהיתה שם? אלא מגיד שיציאת צדיק מן המקום ניכרת ועושה רושם פנה זיוה פנה הדרה פנה שבחה של עיר". אז אלימלך איז געווען א צדיק.  ס'שטייט אין ספרים הקדושים, אז דאס וואס אלימלך איז אוועגגעלויפען פון א"י קיין מואב איז נישט געווען וויל ער האט מורה געהאט ער וועט פארהונגערט ווערען פונ'ם רעב. ער איז געווען א רייכער מענטש, ער האט געהאט וואס צו עסען. נאר וויבאלד אז די עניים זיינען געקומען צו אים אז ער זאלן זיֵי אויסהאלטן. ער האט מורה געהאט אז דער מענטשן וועט סומך זיין אויף אים און זיי וועלן נישט דאווענען צו באשעפער  אזוי ווי ס'דארף צו זיין, אז ער זאל ענדיגן דעם הונגער. דערפאר איז ער אנטלויפן, כדי די אידן זאל דאווענן צו'ם באשעפער.

ס'שטייט אין פרקי אבות "בארבעה פרקים הדבר מתרבה. ברביעית ובשביעית ובמוצאי שביעית ובמוצאי החג שבכל שנה ושנה. ברביעית מפני מעשר עני שבשלישית, בשביעית מפני מעשר עני שבששית, ובמוצאי שביעית מפני פירות שביעית, ובמוצאי החג שבכל שנה ושנה מפני גזל מתנות עניים. (ה:ט)

דער משנה זאגט אונז אז דבר איז א שטראף וואס קומט בעיקר אויף גזל מתנות עניים. ס'קומט אויס, אז חאטש אלימלך איז געווען א צדיק און זיין כוונה איז געווען לשמה, אבער וויבאלד ער איז אנטלויפן כדי ער זאל נישט דארפן געבען די מתנות עניים, און חאטש מין הדין איז ער טאקע פטור אין מואב, אבער לפי מדריגתו ס'איז געווען אן עוולה, און אויף דער עוולה ס'קומט אים דער שטראף פון דבר.

 די אויסנאם פאר יעדערן איינעם איז "אל תהי' צדיק הרבה" (קהלת ז:ט"ז) זיַי נישט קיין צדיק אויף יענער'ס א חשבון. לאמיר טוהן וואס מיר דארפט טוהן אהן קיין חשבונות וואס וועט זיין, ובפרט בנוגע א צוויטען. בדרך שאדם רוצה לילך בה מוליכין אותו (מכות י:) דאס איז דער רבש"ע'ס געשעפט. אבער איר דארפט נישט רעכענן אויף יענער'ס חשבון.

 

כ"ק אדמו"ר שליט"א

ביים טשיס-קעיק

א' שבועות תשנ"ה